לדלג לתוכן

אוקראינע

פֿון װיקיפּעדיע
אוקראינע
פאן אוקראינע
פאן אוקראינע
סימבאָל אוקראינע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
מלוכהזינגליר פון אוקראינע
אָרט פֿון אוקראינע
אָרט פֿון אוקראינע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך אוקראיניש
הויפּטשטאָט קיעוו
רעגירונג האלב דעמאקראטיע
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
וואָלאָדימיר זעלענסקי
דעניס שמיהאַן
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
603,700 קוואַדראַט ק"מ
43טע
7%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

47,425,336
25טע
79 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 339,676 מיליאן $ (27סט)
וואַלוטע גריווניע (UAH)
צײַט זאָנע UTC+2
אינטערנעט דאָמען ua.
טעלעפֿאָן קאָד 380+

אוקרײַנע, אוקראַיִנע (אוקראיניש: Україна "אוקראַײִנאַ") איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. אירע אײנװאוינער באַטרעפן 33,365,000 (אין יאָר 2024). איר הױפּטשטאָט איז קיעוו; איר באַפעלקערונג איז ~ דרײַ מיליאָן מענטשן.

אוקרײַנע איז אײנע פֿון די לענדער אין מזרח אייראפע, און דאָס צווייט־גרעסטע לאנד אין אייראפע, נאָך רוסלאַנד. איר גרעניץ איז צװישן פױלן און סלאוואקיי און אונגארן פֿון אײן זײט, בעלארוס און רוסלאַנד פֿון דער צװײטער זײט, װאָס גײט ביז צו רומעניע, מאלדאווע און שװאַרצן ים.

פֿון די גרויסע באַוואוסטע וואַסערן אין אוקרײַנע זענען דער דניעפער, דער טייך בוג, און דער נעסטער.

אוקרײַנע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרצע סטעפּעס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואויל באַקאַנט מיט איר ווייץ, קאַשע, קארן, גערשטן, קאַרטאפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט אירע רייכע אויל פעלדער.

אין די צייטן פֿון קאָמוניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקראינע, זי האָט איר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכער אָרעמקייט, אויך האָט דער קאָמונינזם צוגעפֿירט אז די פשוט'ע פויערן אין אוקרײַנע זאלן נישט ארבעטן און זיך נישט זיך אנשטרענגען צו מאכן געלט, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקרײַנע. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַן ארעמע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.

אין די לעצטע יארן זינט זי איז ארויס פונעם רוסישן שטיוול, פרובירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקאנאמיע ווערט בעסער, אומבאוועגלעכע גיטער גייען ארויף, און זיי פרובירן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.

כאטש אוקרײַנע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלעארע וואפן, דאס איז ווייל אין די יארן אונטער קאמוניזם האט רוסלאנד דארט געבויט נוקלעארע רעאקטערן ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזם איז צעפֿאַלן האט עס אוקרײַנע נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט דער הילף פון די אמעריקאנער.

זי פארמאגט עטליכע נוקלעארע רעאקטארן, דער באקאנסטער דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארום מיט שעדליכע ראדיא־אקטיווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר דעם געגנט נאר פאר גאנץ אייראפע, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון דער רעגירונג צו צו גיין אין דעם געגנט ארום.

די צען גרעסטע שטעט אין אוקראינע זענען קיעוו (הויפטשטאט זייט 1919), כארקעוו, אדעס, דניפראפעטראווסק, דאנעצק, זאפאריזשיע, לעמבערג, קריווי ריה, מיקאלייעווע און מאריופאל.

די אפיציעלע שפראך פון אוקראינע איז אוקראיניש (אוקראיניש: українська мова אוקראַיינסקאַ מאוואַ אויסגעדרוקט [ukraˈjiɲsʲkɐ ˈmɔvɐ])). אינעם 2001 צענזוס האבן 29% פון איינוואוינער אין אוקראינע געמאלדן אז זיי האלטן רוסיש פאר זייער ערשטער שפראך. רוסיש איז א ביסל ענלעך צו אוקראיניש.

אינעם מיטל אלטער האבן די מזרח סלאוון אויפגעשטעלט דאס לאנד רוס, וואס האט געזיגט די כאזארן און די אלטע גרויסע בולגאריע, און אויך קעגן דער ביזאנטישער אימפעריע. ענדלעך אבער האט רוס זיך צעטיילט אין באזונדערע פרינציפאליטעטן.

אין יאר 1206 האט דזשינגיס כאן אנגעהויבן א מלחמה קעגן זיינע שכנים, און ער האט איינגענומען א גרויסן טייל פון דער אוקראינישער טעריטאריע. אין 1240 האבן זיי אטאקירט קיעוו און האבן בארויבט און פארטיליקט די שטאט. אויך קאמעניץ, לודמיר און האליטש זענען געפאלן צו די טאטערן.

ביים סוף פונעם 14טן יארהונדערט זענען די אוקראינישע טעריטאריעס געווארן צעטיילט צווישן פארשידענע לענדער. ליטע האט גענומען קיעוו, טשערניהאוו און וואהלין), פוילן האט גענומען האליטש און פאדאליע; דרום אוקראינע איז געקומען אונטער דער קרימער כאנאט און דער מזרח טייל אונטער מוסקאווי.

ווען ליטע און פוילן האבן געשאפן די פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט אין 1569 איז צענטראלע אוקראינע געקומען אונטער פוילישער הערשאפט.

אוקראינע באדעקט א שטח פון 603,628 קוואדראט ק"מ און האט א בארטן לאנג 2,782 ק"מ. זי איז דאס 46סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט.

אייניגע פון אירע באקאנטע שטעט:

גובערניעס אין אוקראינע

אוקראינע ווערט צעטיילט אין 24 אבלאסטן (גובערניעס), די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים און צוויי באזונדערע שטעט, די הויפטשטאט קיעוו און סעוואסטאפאל.

די גובערניעס און די אויטאנאמישע רעפובליק זענען:

גובערניעס און אויטאנאמישע רעפובליק
1 טשערקאס 10 כמעלניצקי 19 סומי
2 טשערניהיוו 11 קיראוואגגראד 20 טארנאפאל
3 טשערנאוויץ 12 קיעוו 21 וויניצע
4 קרים 13 לוהאנסק 22 וואהלין
5 דניעפראפעטראווסק 14 לוויוו 23 זאקארפאטיע
6 דאנעצק 15 מיקאלייעווע 24 זאפאריזשע
7 איוואנוא-פראנקיווסק 16 אדעס 25 זשיטאמיר
8 כארקעוו 17 פאלטאווע
9 כערסאן 18 ראוונע

פרעזידענטן פון אוקראינע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די סאוועטע צייטן האט אוקראינע געהאט די צווייטע גרעסטע עקאנאמיע אינעם ראטן פארבאנד. זייט איר ווערן זעלבשטענדיק אין 1991 האט זי זיך געצויגן פון א פלאנירטער עקאנאמיע צו א מארק עקאנאמיע. אין 1993 איז די אינפלאציע געווען גאר הויך.

פארן יאר 2010 איז דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט לויט קויפקראפט פאריטעט געווען $305.2 ביליאן (געשאצט דורכן CIA), דער 38סטער אין דער וועלט.

אוקראינע פראדוצירט אלע סארטן פארמיטלען און קאסמאסשיפן. אנטאנאוו לופטמאשינען ווערן עקספארטירט צו א סך לענדער. אוקראינע פירט א קאסמאס פראגראם און האט ארויפגעשיקט זעקס אייגן געמאכטע סאטעליטן.

ענערגיע טוט אוקראינע אימפארטירן, בעיקר גאז און אויל פון רוסלאנד.

נאך א לענגערער תקופה פון אינפלאציע, האבן פרייזן זיך סטאביליזירט ווען מ'האט אנגעהויבן א נייע וואלוטע, די הריווניע אין 1996.

אוקראינע האט א גרויסע שווער־אינדוסטריע, און איז פון די גרעסטע ראפינירערס פון מעטאלורגישע פראדוקטן אין מזרח אייראפע. אויך איז אוקראינע באוואוסט פאר איר פאבריקאציע פון טראנספארט פראדוקטן. און באשטימט פאר די אנטאנאוו לופטמאשינען.

די שאסייען סיסטעם אין אוקראינע איז שטארק פארעלטערט.

די עיקר ירקות וואס וואקסן אין אוקראינע זענען אוגערקעס, פאמידארן, פאפריקא, ציבלעס, קיטניות און פאטלעזשאן. אויבסטן זענען טרויבן, בארן, מעלאנען, פערשקעס, פלוימען און אפריקאסן.

אוקראינישע מנהגים זענען שטארק באאיינפלוסט פון קריסטנטום, די מערסט באשרייטסטע רעליגיע אין לאנד. אורעלטערן שפילן א גרעסערע ראלע אין האדעווען קינדער ווי אין דער מערב וועלט. די קאמוניסטישע תקופה האט געהאט א שטארקע השפעה איבער קולטור.

די היסטאריע פון ליטעראטור אין אוקראינע גייט צוריק צום 10טן יארהונדערט.

אין אוקריינע וואוינען אידן שוין הונדערטער יארן, ביז דער ערשטער וועלט קריג האבן זיך געציילט די אידן אין די אוקריינישע שטעט קרוב צו צוויי מיליאן, זעלבסטפארשטענליך אז די אידן פון אוקריינע זענען נישט געווארן געשוינט, און די ביטערע פאגראמען זענען אנגעקומען קיין אוקריינע, אידן האבן געליטן פון פאגראמען אלע יארן, עס איז באקאנט פון די קאזאקן וואס אידן האבן געליטן אין די יארן פון ה'ת"ח ווען דער גרויזאמער פירער פון די קאזאקן כמעלניצקי האט גע'הרג'ט און גע'שחט'ן איבער הונדערט טויזנט אידן פון די אוקריינער שטעט, אין די צייטן פון בעל שם טוב, און אויך אין שנת ה'תקכ"ח ווען מען האט גע׳הרג׳עט טויזנטער אידן ווי עס ווערט באשריבן אין ספר שער המלך און אין שבחי בעל שם טוב. דערנאך זענען געקומען די פאגראמען ביי דער ערשטער וועלט קריג און נאך דער ערשטער וועלט קריג, דאס מערסטע צווישן זיי איז באקאנט דער קעשענעווער פאגראם, וואוו די אנטיסעמיטן האבן זיך פארזאמעלט אין באנדעס אין געהארגט אסאך אידן, ספעציעל פרומע אידן, וואס זענען געווען קעגן די קאמוניזם אדער האבן געהאט געלד. דעמאלטס זענען אסאך אידן פון אוקריינע אנטלאפן קיין אמעריקע.

ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די נאציס מיט די הילף פון די אוקריינישע באפעלקערוגנ אויסגעהרג'ט דאס מערהייט פון דאס אוקראינער אידן. די אוקריינער גוי האט זיך הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די פאדערונגען פון די נאציס אז אלע אידן מוזן גע'הרג'ט ווערן, דאס מערסטע איז באקאנט די גרויזאמען רציחות אין באבי יאר ווי מער פון הונדערט טויזנט אידן זענען געשחטען געווארן מיט מיתות משונות.

דאס וויגעלע פון חסידות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אוקראינע איז באקאנט ביי אידן אויך צוליב וואס דארט איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות, די חסידות באוועגונג האט זיך אנגעהויבן אין אוקריינא, די ערשטע גרויסע חסידישע רביים שטאמען פון דארט, ווי דער בעל שם טוב פון מעזשביזש, מיט זיינע תלמידים, ווי:

  翻译: