לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:פארלאמענט

פֿון װיקיפּעדיע

מוסטער:פארלעמענט

ארכיוו פון װיקיפּעדיע:פארלאמענט  
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


זאל מען לאזן יעדן באנוצער שרייבן וויקיפעדיע פאליסיס און אנווייזונגען און אינציאטיוו אדער אדמיניסטראציע מוסטערן?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כידוע, האט למשל באַניצער:יודל געשריבן א טייל פון די פאליסיס און אנווייזונגען. רוב פון די פאליסיס זיינען בדיעבד גוט, אבער עס קומט מיט אויך מיט פילע פראבלעמאטיקע פאליסיס, און צוליב דעם וואס ער ארבעט זייער שנעל איז זייער שווער נאכפֿאָלגן זיינע אקטן. ביטע שטימט צי איר האלט זאל מען אים אדער אנדערע לאזן ווייטער זיך באשעפטיקן מיט די הילף בלעטער, אדער זאל די קהילה באשטימען צוזאמען ווער זאל נעמען אחריות אויף די סארט בלעטער. יעדער איינער מאכט דא זיין אייגן מוסטער בנוגע אדמיניסטראציע און אינציאטיוון, אזוי האבן מיר דא א שרעקלעכע מישמאש פון מוסטערן בנוגע די אדמיניסטראציע, און עס ווערט פון טאג צו טאג ערגער. איצט אז די קהילה איז שוין גענוג גרויס איז צייט צו לימיטירן און באגרעניצן די פראצעדור וויאזוי פאליסיס ווערן באשלאסן און באשטעטיגט. דער פארשלאג איז אז קיינער טאר נישט שרייבן קיין פאליסיס און אנווייזונגן איידער דאס ווערט געהעריג דורכגערעדט און דעבאטירט אירע השלכות דורך די קהילה. ערשט נאכדעם וועט איינער דאס באשרייבן, און דער עולם וועט זיך אויסשמועסן אויף יעדן פרט זייער פארזיכטיג. דאס זעלבע איז אויך ביי מוסטערן וואס טוען אנווייזן וואס צו טאן מיט די אדמיניסטראציע פון ארטיקלן קיינער האט נישט קיין רעכט צו מאכן נייע פארן זיך דורכרעדן וואס דאס דארף מיינען און דינען, דאס ברענגט א שרעקליכע צומישעניש.

  1. איך בין דערקעגן מיר וועלן שיין אויסקוקן אויב יעדער איינער וועט דא נעמען שרייבן פאליסיס. ►רוני◄ 14:51, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
  2. איך בין דערקעגן פאליסיס ווערט אנגענומען דורך די קהילה נישט דורך דעם יחיד צו צווינגן אנדערע. קיינער טאר נישט דא שרייבן פון זיך אלייןס פאליסיס בלויז נאכדעם וואס די קהילה האט דורכגעשמועסט יעדן איינציגן דעטאל, און רוב זענען מסכים צו יעדן שורה קען דאס אראפגעשריבן ווערן אין פארעם פון א פאליסי און אנווייזונג. דאס זעלבע איז פאר מוסטערן בנוגע וויקי אדמיניסטראציע קיינער האט נישט קיין רעכט דאס צו עפענען פארן זיך דורכרעדן וואס איז איר ציל און וויאזוי מען באגייט זיך דערמיט--יודל 15:12, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
  3. איך בין דערקעגן, סתם א באנוצער האט נישט קיין רעכט צו עדיטן פאליסי בלעטער, נאר איינער וואס איז אין די הנהלה. --משגיח 16:17, 6 אױגוסט 2007 (UTC)
  4. איך בין דערקעגן, אבער מען זאל בלאקירן יודל ווי נאר מען האט נאכאמאל פראבלעמן מיט אים. און אזוי אויך יעדע באנוצער, די סבה פארוואס איך זאג יודל איז צוליב זיין פארגאנגנהייט דא אויף וויקיפעדיע.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:39, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פארבעסערן די מעגליכקייטן פון וויקיפעדיע בליצפאסט (ע-פאסט)

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ס'איס פאראן א מעגלעכקייט אין מעדיעוויקי צו שטעלן נאך צוויי ברירות וואס מ'קען אויסקלייבן אויפן פרעפערענצן בלאט.

  1. באשטעטיגן דעם בליצפאסט אדרעס וואס מען ניצט פאר וויקיפעדיע
  2. באקומען א בליצבריוו נאטיפיקאציע (אנזאג) ווען עס פאסירט אן ענדערונג צו איינעם'ס באניצער שמועס בלאט.

דער וואס וויל ניצן די ברירות (אדער איינע פון זיי) דארף דאס אנמערקן אויף זיין פרעפערענצן בלאט.

ביטע שטימט דא צי איר זענט מסכים מיט אזא פארבעסערונג פון דעם פרעפערענצן בלאט.


  1. איך בין מסכים --פוילישער 13:51, 6 פעברואר 2008 (UTC)
  2. איך בין מסכים ‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 15:53, 6 פעברואר 2008 (UTC)
  3. איך בין מסכים -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער רוני וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן. 16:52, 6 פעברואר 2008 (UTC)
  4. איך בין מסכים --משגיח 23:34, 7 פעברואר 2008 (UTC)
  5. איך בין מסכים--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:40, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
  1. איז דען ביז איצט נישט געווען אזוי? ►רוני◄ 16:52, 6 פעברואר 2008 (UTC)
װיקיװערטערבוך:קאַװע־הױז
bugzilla:005323 · "ENotif on changes at own talk pages" feature at Yiddish Wiktionary"‎


‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 18:34, 6 פעברואר 2008 (UTC)
לויט דער בילד זע איך אז עס איז טאקע אמאל געווען און איצט נישט? אדער מאך איך א טעות? און אגב מיר האבן א באזונדער ארט צו מאכן וואלן אין דעם פארלאמענט וואס ליגט אויפן רעכט זייטיקע מעניו. ►רוני◄ 23:16, 6 פעברואר 2008 (UTC)
‎→ bugzilla:012991 · "« E-mail me when my user talk page is changed » feature at Yiddish Wikipedia"‎
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 23:47, 11 פעברואר 2008 (UTC)
די מעגלעכקײט איז איצט דאָ
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 20:57, 12 פעברואר 2008 (UTC)

נײַע פּרעפֿערענצן אין מעדיעװיקי

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
special:Preferences
m:wikt:yi:special:Gadgets m:wikt:yi:special:Preferences
m:commons:user:I18n m:wikt:yi:user:I18n w:yi:user:I18n


זײַט מוחל און געבט אַ קוק צו די פּרעפֿערענצן פֿון אַנדערע װיקיס. אַ דאַנק אין פֿאָרױס
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬ 22:13, 6 פעברואר 2008 (UTC)

זאל מען לאזן דא הייד פארק פארומען?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך זע אז איינער האט געשריבן ארטיקלען אויף עטלעכע הייד-פארק פארומען (זע דא) א זאך וואס מען זעט נישט אין אנדערע וויקיפעדיעס, איך האלט מען זאל מעקן אלע ארטיקלען און לאזן נאר דעם הייד פארק (וועבזייט) ארטיקל. וואס האלט איר? ►רוני◄ 11:34, 5 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

עס קומט טאקע נישט צו זיין אין א וויקיפעדיע, אבער איך וואלט עס ווען געלאזט ביז אונז דערגרייכן 10,000 ארטיקלן דאן זאל מען זיך נעמען אויפצקלינען די וויקיפדיע. --טעכניקער 23:37, 5 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אין פרינציפ געהערן נישט דא אזעלכע ארטיקלען, אבער טעכניקער איז גערעכט ס'איז כדאי צו שאפן נייע ארטיקלען (לאו דווקא 10000) איידער מען מעקט אויס צופיל. --פוילישער 15:02, 6 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
וואסערע ציל ווילסטו שאפן פון צופיל ארטיקלען אויב זיי האבן א פנים פון דור המבול. דער עיקרדיקער זילזול פון אונדזער וויקיפעדיע איז די סארט ארטיקלען. ►רוני◄ 15:34, 6 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
רוב פון די זענען מער נישט קיין אקטיווע פארומען, און אויב אלץ סתם צו באשרייבן אז עס איז אמאל געווען אקטיוו באלאנגט עס טאקע אין די מוטער-באשרייבונג פונעם זייטל הייד פארק. יעדע אידישע אקטיווע פארום פארדינט אבער יא א באשרייבונג פאר זיך, און מעגליך א פרישע קאטעגאריע פון "אידישע אינטערנעט פארומס" עס דארף גארנישט האבן מיט הייד פארק. עס איז דא "נושאים" פון ארטיקלעך, און עס איז דא "אינהאלט" פון ארטיקלעך. מעגליך אז דער אינהאלט שטימט נישט מיטן גאנג פון וויקיפעדיע, (וואס אין דעם הינזיכט פארלאנגט זיך טאקע א קאמפלעטע קלינאפ אינעם אידישן וויקיפעדיע) אבער די נושא שטימט יא.--איינשטיין 16:50, 6 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך רעד בעיקר וועגן דעם אינהאלט. אן ארטיקל וואס איז גוט באשריבן, אפילו אויב עס וועט נישט זיין פונקט ווי דער גאנג פון דער וויקיפעדיע קען מען שווייגן. אבער די אלע ארטיקלען זיינען באשריבן הומאריש און קינדעריש. ►רוני◄ 17:16, 6 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

איך האלט אז מען זאל נישט מעקן די ארטיקלען. זיי זענען לויט מיין מיינונג יא פאסיג דא, וויבאלד עס איז וויכטיג פאר די היסטאריע פון יודיש (בפרט חסידים) אויף די אונטערנעט. און כאטש זיי זענען שוין כמעט נישט אקטיוו ווייל דער עולם האט זיך אריבערגעצויגן קיין אידישע וועלט, קאווע שטיבל און פאליש; פעהלט עס נאך אויך פאר די וויסנשאפט דערפון, וואס אין אנדערע וויקיפעדיע'ס וואלט עס טאקע נישט געווען אינטרעסאנט אבער דא יא. נייגעריגער (רעדן) 06:25, 2 דעצעמבער 2014 (UTC)[ענטפֿער]

פאר דעם צוועק דארף מען נישט קיין באזונדערן ארטיקל פאר יעדן פארום. מען שרייבט איין ארטיקל וואס דערמאנט די וויכטיגע פארומס. --פוילישער 18:25, 2 דעצעמבער 2014 (UTC)[ענטפֿער]

טייל באניצערס האבן פארגעשלאגן צו מעקן די תועבה ארטיקלען. די אלע מיט דעם {{דשעי נעט פארלאנג}} מוסטער געפינען זיך אין קאטעגאריע:תועבה ארטיקלען צו מעקן.

  1. איך בין מסכים מען זאל מעקן נאר זייער איצטיקער אויסזע. אבער נישט פארמיידן פון צו שרייבן אינפארמאטיווע וויסנשאפטלעכע ארטיקלען אויף א שיינעם אויפן. ►רוני◄ 23:02, 22 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
  2. איך בין מסכים --פוילישער 23:09, 22 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
  1. איך בין דערקעגן, מען קען נישט אויסמעקן אלע אויף איינמאל. בכלל קוק עס אויס ווי א פאר ווילן ארויף צווינגען זייער קליין קאפישקייט אויך א סעקולער ענציקלאפדיע, די סיבה וואס מען וויל דאס מעקן איז נישט אז עס נישט וויקיפעדיש נאר ווייל עס איז אזויגערופן תועבה. --טעכניקער 03:15, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

טעכניקער, די ארטיקלען וואס יו' האט געשריבן זיינען גאר פארגרעבט פארשריבן, און איך פארשטיי פארוואס דזשיינעט האלט אפ צוטריט צו דער יידישער וויקיפעדיע. אויב עס וועט זיין א נארמאלער ארטיקל אפילו אויף האמאסעקסואלוטעט (וואס לדעתי איז דאס שוין יעצט נישט גאר משוגע געשריבן) וועלן זיי נישט פארמיידן צוטריט. עס איז א שאד אז צוליב די פאר הומאריסטישע ארטיקלען וואס באשעפטיקן זיך מיט זייגן ריטן און קייטן זאלן מיר זיין בלאקירט פון דזשיי-נעט. אויב זיינען מיר באשטעטיקט ביי דזשיי-נעט זאגט דאס נאך ניט אז דער וויקיפעדיע גייט זיין פרום. דאס זאגט נאר אז מער באניצער וועלן זיך מיטטיילן = מער ארטיקלען. די וויקיפעדיע וועט אייביק זיין נייטראל. דאס איז קלאר אז יעדער יידיש רעדער (אפילו א פרייער) וועט זיין ביי אים פרעמד צו לייענען יידישע ארטיקלען אויף באהאלטענע טעמעס. טאקע די וויקיפעדיע האט א ביסל ווייך געמאכט דעם פאקט, אבער פונדעסטוועגן דארפן מיר זארגן זאל עס ניט זיין עקסטרעמיש מאדנע. ►רוני◄ 06:30, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דאן זאל מען שטימען פאר יעדען ארטיקל עקסטער, עס איז זייער שווער פאר מיר צו לעבלן א גרופע ארטיקלן אויסצומעקן צוליב די שנאה צום שרייבער, סעציפעיל ווען די סיבה אז זשעי נעיט זאל באשטעטיגען די וויקיפעדיע. און צו די דעם שפילט משגיח, אז ער איז דער ווארטזאגער פון זשעי. נעט. פארדעם ניצט ער זיין איי. פי. אן אריינצולאגירן, און ער וויל פונקליך איינטיילן וויאזוי מיר זאל פירן עדיט מלחמה און נאך זאכן, דאס מיינט אז איינער וויל ארויף צווינגען זיין וועג אויף די וויקיפעדיע דורך אן אונטער טיר וואס הייסט זשעי נעט, דאס איז וואס משגיח האט געשריבן אז מכלומר'ש האט אים זשעי נעט געזאגט,

איך האב יעצט גערעדט מיט דשעי נעט, זיי זענען מסכים צוריק צו עפענען אונזער סייט מיט 3 תנאים,

1 מען זאל אויסמעקן אלע שמוץ ארטיקלען (מער פריות'דיג מיינט דאס אויסמעקן די ארטיקלן וואס יודל האט געשריבן).

2 די סיסאפס זאלן זיין וואַך און נאכקוקן עדיט'ס צו מאכן זיכער אז קיינער לייג נישט אריין קיין נייע שמוץ.

3 אלע זאכן וואס זענען נוגע חסידישע פאליטיק און ס'הערשט א ערענסטע עדי"ט קריג, זאל האבן עפעס אזוי ווי א מוסטער וואס זאל אונדייטן אז די דיעות רעפלעקטירן נישט די מציאות, נאר דאס זענען די דיעות פון דעם יחיד וואס שרייבט דאס, און סיסאפס זאלן פארשליסן בלעטער אויב די קריג איז צי גרויס. (לכאורה ווילן זיי 3# ווייל בעלי בתים רעדן זיך אפ אז ארבייטער שפילן זיך צו פיל).

מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז ער האט אן אגענדע דא, איך קען גוט דעם ב"ב פון זשעי נעט ער פלעגט דאווענען אין דער זעלבער שול ווי מיר, ער האט נישט קיין אנונג וואס די וויקיפעדיע איז און וויאזוי עס ארבייט אז ער זאל קענען זאגן אזעלכע דעטאלן, ער האט מיר געזאגט ווען מען האט עס בלאקירט אז די סיבה ווייל אסאך מענטשען האבן קאמפלעינט און אז מען וועט קאמפלעינן פארקערט וועט ער עס צוריק עפענען.--טעכניקער 08:20, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
לאז יעצט אף דעם משגיח. איך קלער מען זאל אויסמעקן אזעלכע סעקסועלע ארטיקלען וואס אפילו די סימפל-ענגליש וויקיפעדיע דערלאזט נישט צו. ►רוני◄ 08:28, 23 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

צוועלף יאר שפעטער...

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שטייענדיג צוועלף יאר שפעטער און כמעט קיין איין נארמאלער שרייבער (אדער ליינער...) פאלט נישט אריין דא, אפשר איז צייט צו טון פרישע פעולות אז די פילטערס זאלן דורכלאזן וויקיפעדיע, און אידיש-רעדנדע זאלן זיך טרעפן דאס פלאץ דא? אונגארישער (רעדן) 04:35, 20 אויגוסט 2020 (UTC)[ענטפֿער]

  翻译: