מאנראוויע
מראה
|
מאנראוויע (ענגליש: Monrovia) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע פון ליבעריע אין מערב אפריקע. מאנראוויע איז א פארט שטאט אויפן בארטן פונעם אטלאנטישן אקעאן. מאנראוויע איז דער קולטורעלער, פינאנציעלער און פאליטישער קנופ פון ליבעריע.
מען האט געגרינדעט מאנראוויע אין 1822, און געגעבן א נאמען נאכן אמעריקאנער פרעזידענט זשיימס מאנרא. מאנראוויע האט געהאט א באפעלקערונג פון 970,824 באוואוינער (אין 2008).
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שיפן פארן פון דעם פארט פון מאנראוויע קיין גרינוויל און הארפער. דאס נענסטע פליפעלד איז ספריגס פיין פליפעלד, 6 ק"מ ווייט פונעם צענטער פון דער שטאט. דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין ליבעריע, ראבערטס אינטערנאציאנאלע פליפעלד, איז אין הארבעל, א ווייט פון 60 ק"מ.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
מאנראוויע