לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:אינטערשפראך לינקען

פֿון װיקיפּעדיע
רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

וויבאלד אלע שפראכן וויקיפעדיעס איז איין גרויסער פראיעקט פארבונדן און פשוט איבערגעטיישט אין נאנט צו 300 שפראכן, איז אינטערשפראך לינקען (אפטמאל גערופן אינטערוויקי) א גרויסער ענין צו באהעפטן אנדערע וויקיפעדיע שפראכן פון דער יידיש־שפראך וויקיפעדיע. בדרך כלל פארבינדט מען וועלטלעכע ארטיקלען צו דער ענגלישער וויקיפעדיע און אידישע ארטיקלן אויך צו דער העברעישער וויקיפעדיע.

א באט וועט שוין נאכקומען און צולייגן לינקען צו אלע אנדערע שפראכן און פון אלע אנדערע שפראכן אהער.

די אינטערשפראך לינקען העלפן סיי ליינער און רעדאקטארן צו זען די ארטיקלען אין אנדערע שפראכן און סיי אנטוויקלט וויקיפעדיע אין אלע שפראכן.

פארבינדונגען פון דער יידישער וויקיפעדיע צו פרעמדע וויקיפעדיעס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאך ארטיקלען אין דער יידישער וויקיפעדיע האבן א פאראלעלן ארטיקל אין דער ענגלישער און העברעישער וויקיפעדיעס און אפטמאל אויך אין אנדערע שפראך וויקיפעדיעס. א רשימה פון די פאראלעלע בלעטער געפינט זיך אויף דער רעכטער זייט פון אן ארטיקל אין דער יידישער וויקיפעדיע. די רשימה ווערט אויפגעהאלטן אין צוויי ערטער: ביי וויקידאטן און אין דער קאד פונעם בלאט.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – וויקיפעדיע:וויקידאטן

וויקידאטן איז א באזונדערער פראיעקט צו שאפן א קאלאבאראטיווע וויסנבאזע.

איידער מען האט געעפנט וויקידאטן איז דער איינציגער וועג אריינשטעלן אן אינטערשפראך לינק איז געווען אינעם ארטיקל אליין.

מען קען צולייגן א לינק צו אן אנדער וויקיפעדיע מיטן פאלגנדן קאד:

[[lang-code:Foreign-Article-Name]]

וואו lang-code באצייכנט דעם שפראך קאד (צוויי בוכשטאבן, צום ביישפיל ענגליש איז "en", העברעיש איז "he", דייטש איז "de" אא"וו) און Foreign Article Name באצייכנט דעם קעגנאיבערדיקן ארטיקל נאמען אין דער פרעמדער וויקיפעדיע. למשל, דער ארטיקל מאראנץ עקזיסטירט אין אסאך אנדערע שפראכן: ענגליש (en), העברעיש (he), גריכיש (el), און נאך. לייגט מען צו אין דעם ארטיקל "מאראנץ" אין דער יידישער וויקיפעדיע די פאלגנדע שורות:


[[en:Orange (fruit)]] 
[[he:תפוז]]
[[de:Orange (Frucht)]] 
[[ar:برتقال]] 
[[az:Portağal]]
[[ca:Taronja]]
[[cs:Pomeranč]] 
[[cy:Oren (ffrwyth)]]
[[da:Appelsin]]
[[el:Πορτοκαλιά]]
[[eo:Oranĝo (frukto)]]
[[es:Naranja (fruta)]]
[[fa:پرتقال]]] 
[[fr:Orange (fruit)]] 
[[it:Citrus × sinensis]]
[[ja:オレンジ]]
[[jv:Jeruk]]
[[la:Citrus sinensis]] 

די לינקען ווערן נישט באהאנדלט אזוי ווי נארמאלע וויקילינקען. אין דעם ארטיקל זעט מען נישט די לינקען. נאר אין דעם זייטפאס אויף דער רעכטער זייט, אונטער "אין אַנדערע שפראַכן" וועט איר זען א ליסטע פון די שפראכן אויסגערעכנט אינעם ארטיקל, און יעדע שפראך פארבינדט מיט דעם קעגנאיבערדיקן ארטיקל אין יענער שפראך. מען קען געפינען אינטערשפראך לינקען אין דער ענגלישער וויקיפעדיע. דא אין דער יידישער וויקיפעדיע איז דער סדר אז דער לינק צו ענגליש קומט ערשט, נאכדעם דער לינק צו העברעיש, נאכדעם דער לינק צו דייטש, און נאכהער אלע אנדערע שפראכן לויטן אלפאבעטישן סדר פון די שפראך קאדן. דער שטייגער איז אז מען לייגט די אינטערשפראך לינקען ביים סוף פונעם ארטיקל.

מען שרייבט נישט קיין לינק צו דער אייגענער וויקיפעדיע, ד"ה אין דעם ארטיקל "מאראנץ" אין דער יידישער וויקיפעדיע שטעלט מען נישט קיין לינק [[yi:מאראנץ]].




עס איז דא א ספעציעלע נסיון פון געלונגענע טאלאנטפילע שרייבער נישט צו מאכן דעם לינק, ווייל מען זאל מיינען זיי האבן געשריבן זייערע ארטיקלן פון בויך ארויס, אז כבוד זאך, אבער עס איז זייער נאריש יעדער שרייבער לייגט אריין שווערע שעות און פלאג קונה זיין די ידיעות, צו פון ביכער צו פון זכרון צו פון סאציאל זיין מער פארמישט, און דאס איז א אומפארגינערישקייט און א חורבן פארן עתיד פון וויקיפעדיע צוריקצוהאלטן פלעצער פון ווי קונה זיין די ידיעות פון אנדערע. - און דערווייל, ביז די קומענדיגע יארן וועט די אידישע וויקיפעדיע נאך אסאך קענען נאשן פון די אנדערע שפראכן.

עס זייער קריטיש וויכטיג צו מאכן דאס.

אויסער דעם דינט דאס א ריזן טובה אז די ראבאטן קענען לינקען צו דער יידישער וויקיפעדיע ארטיקלען פון אלע וויקיפעדיע שפראכן אזוי ארום וועלן אהער קומען נייע באנוצער אונז אויסטרעפן.

ווי אזוי מאכט מען דאס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צום ארטיקל אין דער ענגלישער וויקיפעדיע וועגן געפילטע פיש: שרייבט ביים סוף ארטיקל:

[[en:gefilte fish]] אדער פאר העברעיש:
[[he:געפילטע פיש]]

פאר יעדער שפראך איז דא אזא קאד פון צוויי אותיות וואס מען ניצט. די פֿארבינדונגען צי די אנדערע וויקיפעדיעס זעט מען אין דער זײַט שטאנג (אויף דער רעכטער זײַט, אונטן)

טאמער דער ארטיקל אין אן אנדער וויקיפעדיע איז א רעקאמענדירטע ארטיקל, דארף מען אויך שטעלן: {{Link FA|fr}} (למשל, פאר דער פֿראנצויזישער וויקיפעדיע)


כלל של דבר: אפילו איר האלט איר נאך אינמיטן באארבעטן, שטעלט שוין אן אינטערשפראך לינק און יעדער באניצער קען דאך עפעס אביסל פון זיין צווייטער שפראך וואס מען רעדט אין זיין לאנד, צו איז דאס העברעיש אדער ענגליש. אזוי ארום וועט מען פארזיכערן צו ערפילן די ציל פון וויקיפעדיע כוח הרבים.

סדר פון שפראכן און אינטערשפראך לינקען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דא אין דער אידישער וויקיפעדיע בעטן מיר די באטס זאלן לייגן פון אויבן די שפראכן וואס אידן קענען ד"ה ענגליש, העברעיש און דייטש, און אזוי ווייטער פון אנפאנג, און אזוי טוט אויך די העברעישע וויקיפעדיע אויך ווי זיי בעטן לייגן ענגליש פון אנפאנג. וויבאלד אסאך יידן פארשטייען העברעיש איז די צווייטע שפראך העברעיש, און די דריטע שפראך זאל זיין דייטש ווייל אידיש שטאמט פון דארטן און כאטשיג מער ווי ווייניגער איז שוין נישט ארגינעל קען מען אבער אסך נאשן פון זייער ענדליכקייט וויאזוי צו רופן אן ארטיקל און וויאזוי אים צו באשרייבן נאכדעם וואס מען נעמט אין באטראכט די ענגלישע און העברעישע ווערסיעס.

yi:הילף:אינטערוויקי לינק

  翻译: